אסטראנויט
אן אַסטראנויט איז א מענטש וואס פליט ארויס אין קאסמאס, אדער איינער וואס זיין קאריערע איז ארויספליען אין קאסמאס. ארום דער וועלט ווערט אן אסטראנויט באדייט מיט פארשידענע נעמען. די רוסישע רופט מען קאסמאנויט (רוסיש: Космона́вт); די אמעריקאנער אסטראנויט (ענגליש: astronaut); די כינעזער טייקאנויט; און די פראנצויזן ספאסיונויט (פראנצויזיש: spationaute).
ס׳איז פאראן א פלוגתא וועמען צו רופן אן אסטראנויט. אין די פאראייניגטע שטאטן הייסט איינער וואס פליט העכער ווי 80 קילאמעטר איבער דער ערד אן אסטראנויט, אבער די אינערנאציאנאלע פעדעראציע פאר עראנויטיק רעכנט נאר פליען העכער ווי 100 קילאמעטער.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- איצטיקע סטאטיסטיק פון קאסמאס פליען ביי spaceflight.com (אויף ענגליש)
- וויפיל מענטשן זענען איצט אין קאסמאס (אויף ענגליש)
דער ארטיקל וועגן א קאסמאס טעמע איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |