Content-Length: 102647 | pFad | https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7%A9%D7%95%D7%95%D7%9F

חשוון – װיקיפּעדיע לדלג לתוכן

חשוון

פֿון װיקיפּעדיע


חשוון איז דער אכטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן[1] (און דער צווייטער חודש צו דער ציילונג פון יארן, וועלכע ווערט געציילט פון תשרי[2]).

אויך נאכדעם וואס ס'איז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר (קביעות החדשים), קען חשוון זיין אמאל א פולער חודש (מלא): א חודש פון דרייסיג טעג, און אמאל א פארקערצטער חודש (חסר), א חודש פון ניין און צוואנציג טעג.[3]

ראש חודש חשוון איז שטענדיג צוויי טעג: דער דרייסיגסטער טאג פון תשרי, און צומארגענס, דער ערשטער טאג פון חשוון, וויבאלד תשרי איז שטענדיג א פולער חודש (מלא): ער האט שטענדיג דרייסיג טעג.

דער ערשטער טאג פון חודש חשוון קען נאר אויספאלן פיר טעג פון דער וואך: (ב ד ה ז) מאנטיק, מיטוואך, דאנערשטיק, שבת.[4]

אין פסוק ווערט דער חודש חשוון אנגעריפן ירח בול (מלכים א' ו. לח.)

חז"ל רופן דאס מרחשון. דאס ווארט שטאמט פון דער בבלישער שפראך וואס מיינט אכטער לבנה חודש. אידן האבן צוגעלייגט שיינע טעמים וואס איז פשט פון ווארט מר אויף חשוון; אז עס איז נישטא אין דעם חודש קיין אידישע ימים טובים, אדער אז עס איז מר מלשון א טראפ אז אין דעם חודש הייבט זיך אן רעגן.

מען זאגט נאך פון רבי'ן ר' בונם און אויך פונעם הייליגן ריזשינער אז מרחשון איז פון לשון „מרַחשוון שפוותיה" דאס איז תרגום לשון „די ליפן מורמלן" נאך די תפילות פון די הייליגע טעג. ביי חסידים האט מען געטיישט אז די עבודת ה' פון דעם חודש איז איבערצוקערן די נאמען פון מר חשוון צו רם חשוון. - פון מר: ביטערקייט צו רם: דערהויבענקייט.

דער אינהאלט פון חודש

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער צירוף פון חודש חשוון גייט ארויס פון דעם אנפאנג פון די ווערטער (ראשי תיבות) ודבש היום הזה י'[5] (בראשית יב. טו.).

דער מזל פון חשוון ווערט אנגערופן עקרב.[6]

א' - ב' - ג' - ד' - ה' - ו' - ז' - ח' - ט' - י' - י"א - י"ב - י"ג - י"ד - ט"ו - ט"ז - י"ז - י"ח - י"ט - כ' - כ"א - כ"ב - כ"ג - כ"ד - כ"ה - כ"ו - כ"ז - כ"ח - כ"ט - ל'

די יידישע חדשים

ניסן | אייר | סיון | תמוז | אב | אלול | תשרי | מרחשון | כסלו | טבת | שבט | אדר (אדר א' | אדר ב')


  1. ר"ה ז' ע"א
  2. ר"ה ב' ע"א
  3. רמב"ם קידוש החודש פ"ח ה"ו ה"ז
  4. או"ח תכ"ח ב', מג"א
  5. משנת חכמים חשוון כסלו פ"א א
  6. ספר יצירה פ"ה








ApplySandwichStrip

pFad - (p)hone/(F)rame/(a)nonymizer/(d)eclutterfier!      Saves Data!


--- a PPN by Garber Painting Akron. With Image Size Reduction included!

Fetched URL: https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7%A9%D7%95%D7%95%D7%9F

Alternative Proxies:

Alternative Proxy

pFad Proxy

pFad v3 Proxy

pFad v4 Proxy