לדלג לתוכן

שחרית

פֿון װיקיפּעדיע
יידן און יידישקייט
מנורה
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים אידישע שטרעמונגען
תנ"ך · תורה
משנה · גמרא
זוהר · מדרש
שלחן ערוך
חרדים · חסידים
ארטאדאקסן
קאנסערוואטיווער
רעפארמער
הויפט פערזענלעכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · ברכה · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · חברה קדישא
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
זעט אויך
גיור · שומרונים · קראים · מינים
יידן · אנטיסעמיטיזם


שחרית איז דער תפילה וואס אידן דאווענען אינדערפרי. דאס איז די לענגסטע פון די טאג-טעגלעכע תפילות. שחרית הייבט אן מיט ברכות און קרבנות, און דערנאך זאגט מען פסוקי דזמרה. נאכהער איז דער עיקר טייל פון דער תפילה, קריאת שמע מיט אירע ברכות און שמונה עשרה. נאכדעם זאגט מען תחנון און עטלעכע מזמורים און פסוקים. מאנטאג, דאנערשטאג און שבת ליינט מען די תורה ביי שחרית.

די צייט פון שחרית איז די ערשטע פיר שעה'ן פון טאג; קריאת שמע מוז מען ענדיגן פריער, ביז דריי שעה'ן פון טאג. וותיקין דאווענען שחרית גאנץ פרי כדי אנצוהייבן די שמונה עשרה מיטן זונאויפֿגאַנג.

דער פיוט איז אן קיין ספק, פון די שענסטע און שטערקסטע פיוטים וואס כלל ישראל פארמאגט נאר. עס איז אבער נישט קלאר ווער עס איז דער מחבר דערפון, און עס זענען דא אין דעם פארשידענע דעות.

1) רב האי גאון, אזוי ווערט געברענגט אין ספר אמרי פנחס פון ר' פנחס קאריצער.

2) ר' שלמה אבן גבירול, (פון די ראשונים און א גאר באקאנטער פייטן) עס ווערט אזוי געברענגט בכמה מקומות בשם ספר התחיה.‏[1]

3) ר' יהודה הלוי.[פֿעלט אַ מקור]

דער טעם פארוואס מען זאגט דאס פארן דאווענען שטייט אין ספר מטה משה בשם ר' האי גאון, און ר' שרירא גאון, און פון ר' יהודה החסיד, אז ווער עס איז מכוון אין די ווערטער פון אדון עולם, וועט אפילו דער שטן זיין מיט אים בשלום און פארדעם זאגט מען דאס פארן דאווענען. וז"ל:

ערב אני בדבר שתפילתו נשמעת ואין שטן מקטרג על תפלתו ואין לו שטן ופגע רע בר"ה וביוה"כ בתפלתו, ואויביו נופלים לפניו וי"א אף יצר הרע משלים אתו....ואפשר שמזה נתפשט המנהג שאומרים אותו קודם כל ברכה ותהילה.

און ספר אמרי פנחס, זאגט ער דער טעם משמיה דגמרא ר' אליעזר האט געזאגט, ברכות כ"ח: וכשאתם מתפללים דעו לפני מי אתם עומדים, און אזוי ווי דער פיוט איז געשטעלט אויף ארויסצוברענגען גדלות הבורא, דערפאר איז געווארן איינגעפירט דאס צו זאגן פארן דאווענען.


עס זענען דא וואס פירן זיך צו זאגן דעם פיוט אויך נאכן דאווענען, און דער טעם דערפון זאגט דער מטה משה, אז אזוי ווי ביי יעדן סיום הייבט מען תיכף אן נאכאמאל די ערשטער משנה, אדער ביי תהילים איז איינגעפירט אז ווען מען ענדיגט זאגט מען נאכאמאל אשרי האיש, כדי נישט צו לאזן א מקום פארן שטן לקטרג, אזוי אויך ווען מען ענדיגט דאווענען הייבט מען תיכף צוריק אן אדון עולם.

א בקאנטער קאצקער ווארט איז דא אויף דעם, אז ווען א איד ענדיגט דאווענען זאל ער וויסען אז מיט זיין גאנצער עבודה וואס ער האט אראפגעלייגט ביים דאווענען, דאך האלט ער נאך ביי אדון עולם.


אין טייל ספרדישע סידורים איז געדריקט אן אנדערע נוסח, ווי זייער שטייגער איז צוצולייגען אייגענע שטיקלעך וואס דער פייטן האט בכלל נישט געמאכט. וְהוּא אֶחָד וְאֵין שֵׁנִי לְהַמְשִׁילוֹ וּלְהַחְבִּירָה בְּלִי רֵאשִׁית בְּלִי תַכְלִית וְלוֹ הָעֹז וְהַמִּשְׂרָה בְּלִי עֵרֶךְ בְּלִי דִמְיוֹן בְּלִי שִׁנּוּי וּתְמוּרָה בְּלִי חִבּוּר בְּלִי פֵרוּד גְּדָל כֹּחַ וּגְבוּרָה.וְהוּא אֵלִי וְחַי גּוֹאֲלִי וְצוּר חֶבְלִי בְּיוֹם צָרָה וְהוּא נִסִּי וּמָנוּסִי מְנָת כּוֹסִי בְּיוֹם אֶקְרָא וְהוּא רוֹפֵא וְהוּא מַרְפֵּא וְהוּא צוֹפֶה וְהוּא עֶזְרָה בְּיָדוֹ אַפְקִיד רוּחִי בְּעֵת אִישַׁן וְאָעִירָה וְעִם רוּחִי גְּוִיָּתִי אֲדֹנָי לִי וְלֹא אִירָא בְּמִקְדָשׁוֹ תָּגֵל נַפְשִׁי מְשִׁיחֵנוּ יִשְׁלַח מְהֵרָה וְאָז נָשִׁיר בְּבֵית קָדְשִׁי אָמֵן אָמֵן שֵׁם הַנּוֹרָא.

אין סדורי פראג, איז די נוסח ביי אדון עולם ׳לבדו ״הוא״ ימלך נורא׳, שטומט טאקע נישט מיט׳ן יתד ושתי תנועות, אבער אזוי געפונט מען אויך אין נאך סידורים, און אויך צוגעברענגעט אין ערבי נחל, וכן נהוג בבאבוב.

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – פסוקי דזמרה

פסוקי דזִמרה איז א טייל פון שחרית פון "ברוך שאמר" ביז "ישתבח". די פסוקי דזמרה זענע א סעריע פון פסוקים פון תהלים און דברי הימים, אויך עטלעכע פסוקים פון משלי און נחמיה, און "אז ישיר" פון דער תורה.

די וואכנדיקע פסוקי דזמרה (לויט נוסח אשכנז הייבט אן מיט "מזמור שיר חנוכת הבית לדוד" (תהלים ל). נאכדעם זאגט מען "ברוך שאמר", "הודו", "מזמור לתודה", "יהי כבוד", "אשרי" און די קאפיטלעך תהלים קמה-קנ (מיט נאך פסוקים), "ויברך דוד", און "ויושע" מיט "אז ישיר".

לויט נוסח ספרד און די ספרדים און תימנים איז דער סדר א ביסל אנדערש. מ'הייבט אן "הודו", "מזמור שיר חנוכת הבית לדוד", עטלעכע פסוקים און "למנצח בנגינות" (תהלים סז), "ברוך שאמר", "מזמור לתודה" און ווייטער אזוי ווי נוסח אשכנז.

קריאת שמע מיט די ברכות

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]


סדר פון וואכעדיגן דאווענען

תפילת שחרית - ברכות השחר | קרבנות | פסוקי דזמרה | קריאת שמע | שמונה עשרה | חזרת הש"ץ, קדושה און ברכת כהנים | תחנון | קריאת התורה | אשרי יושבי ביתך | למנצח | קדושה דסידרא | שיר של יום | פיטום הקטורת | עלינו לשבח

תפילת מנחה - קרבנות | אשרי יושבי ביתך | שמונה עשרה | חזרת הש"ץ און קדושה | תחנון | עלינו לשבח

תפילת ערבית - קריאת שמע | שמונה עשרה | עלינו לשבח | קידוש לבנה

  1. פון שניאור זקש ע' 58. דער לקוטי מהרי"ח ברענגט אז ער האט געזעהן אין געוויסע סידורים בשם ס' התחיה אז דער מחבר איז רבי יוחנן בן זכאי, אבער למעשה איז עס א טעות.
pFad - Phonifier reborn

Pfad - The Proxy pFad of © 2024 Garber Painting. All rights reserved.

Note: This service is not intended for secure transactions such as banking, social media, email, or purchasing. Use at your own risk. We assume no liability whatsoever for broken pages.


Alternative Proxies:

Alternative Proxy

pFad Proxy

pFad v3 Proxy

pFad v4 Proxy