לדלג לתוכן

מעדיצין

פֿון װיקיפּעדיע

מעדיצין איז די וויסנשאַפֿט וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן פֿאָרשן, דיִאַגנאָזירן, און באַהאַנדלען קראַנקייטן, כּדי אויסצובעסערן דעם געזונט. אויך מיינט דאס די מעדעצינען אליין וואס ווערט גענוצט דערפאר. די מעדיצין איז באַזירט אויף די באַגריפֿן סײַ פֿון נאַטור־וויסנשאַפֿט, סײַ פֿון הומאַניסטיק, און גייט פֿאָרויס אין פּאַראַלעל מיט זיי. אין גאַנג פֿון איר אַנטוויקלונג האָט זיך די מעדיצין פֿאַרשפּרייט אין פֿאַרשיידענע צווײַגן. מע שיידט אונטער, למשל, צווישן דער אינטערנאַלער מעדיצין, מעדיצין פֿון אויגן־נאָז־און־האַלדז, וכ´. מע קען אויך קאַטעגאָריזירן די מעדיצין לויט געזעלשאַפֿטלעכע קאַטעגאָריעס: מיליטערישע, לעגאַלע, פֿון שפּיטעלער און דאָס גלײַכן.

מעדיצין זוכט צו היילן קראנקע דורך מעדיקאמענטן, כירורגיע און טעראפיע.

דער פאטער פון ביאלאגיע ווערט גערעכנט אריסטו, וואס האט אוועקגעלייגט די יסודות פון פארגלייכיגער אנאטאמיע און פון עמבריאלאגיע (אנטוויקלונג טעאריע פונעם עמבריאן).

אין דער העלעניסטישער תקופה איז געגרינדעט געווארן אין אלעקסנדריע, עגיפטן, א שולע פאר מעדיצין, וואו מען האט געפארשט אנאטאמיע און פיזיאלאגיע דורך פאלמעסן די קערפער פון טויטע פארברעכער.

מעדיצין אין אוראלט רוים איז, אזוי ווי אנדערע געביטן פון וויסנשאפט, באאיינפלוסט געווארן פון גריכנלאנד. דער גריך אסקלעפיאדעס (ערשטער יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג) האט אונטערשיידט צווישן אקוטע און כראנישע קראנקייטן, האט געניצט מאסאזש און האט דערקענט גייסטיקע קרענק. דער גריך גאלען (200-129), דער גרעסטער געלערנטער פון מעדיצין אין דער רוימישער אימפעריע, איז געווען דער ערשטער אויסצופירן פיזיאלאגישע אויספרואוון, האט פעסטגעשטעלט אז בלוט פליסט אין די אדערן (נישט לופט אזוי די פריערדיקע האבן געהאלטן) אבער אן צו פארשטיין די בלוט צירקולאציע און האט געפארשט די צענטראלע נערוון סיסטעם (דורך עקספערימענטן מיט לעבעדיקע מאלפעס און אנדערע זויגערס). זיינע פילע וויסנשאפטלעכע שאפונגען זענען געווען די מעדיצינישע ליטעראטור אינעם מיטל אלטער. אבער צוליב עטלעכע גרייזיקע פארשטאנדן אינעם איז די אנטוויקלונג פון מעדיצין געווארן צוריקגעהאלטן פאר א לענגערער תקופה.

אין די לענדער פונעם כאליפאט האבן יידישע און מוסולמענישע דאקטוירים אנטוויקלט מעדיצין. מען האט איבערגעזעצט די שריפטן פון גאלען און היפאקראטוס אויף אראביש און העברעיש, און אויך האבן זיי פארפאסט נייע ביכער וועגן מעדיצין. אין קארדאבע און טולוז האט מען אויפגעשטעלט שולעס פאר מעדיצין. אל-ראזי פון באגדאד (923-865) האט געשריבן וויאזוי צו געבן א דיאגנאזע צווישן פאקן און מאזלען. איבן סינא (1037-980) האט פארפאסט דעם "קאַנאן" וואס האט געברענגט צוזאמען גאר די מעדיצינישע וויסן פון יענער צייט, און דאס איז געווארן דאס חשובסע בוך אין דער מיטל אלטער.

דער 19טער יארהונדערט האט געברענגט א שטארקע אנטוויקלונג אין מעדיצין. מען איז געוואויר געווארן אז עטלעכע קראנקייטן און אינפעקציעס קומען פון גאר קליינע באשעפענישן - די באקטעריע. אין 1862 האט לואי פאסטער געשאפן אימוניזירונגען קעגן הידראפאביע, אנטראקס און כאלערע, און האט רעקאמענדירט אז מ'זאל אנווארעמען מילך צו היטן קעגן באקטעריע, וואס מ'רופט פאסטעריזאציע.

אין דעם סוף פון דעם 19טן יארהונדערט זענען געווען א סעריע פון אנטדעקונגען וואס האבן שטארק געענדערט די וועלט פון מעדיצין. אין 1895 האט ווילהעלם רענטגן אנטפלעקט די שטראלן וואס מען רופט אויף זיין נאמען. אין 1898 האבן פיער און מארי קירי אנטפלעקט ראדיאאקטיוויטעט. אין דעם פעלד פון גייסטיקע קרענק האט זיגמונד פרויד אוועקגעלייגט די יסודות פון פסיכיאלאגיע. די פעלדער פון כעמאטעראפיע, אימונאלאגיע און דערנערונג זענען געווארן אנטוויקלט אין דעם 20סטן יארהונדערט.

pFad - Phonifier reborn

Pfad - The Proxy pFad of © 2024 Garber Painting. All rights reserved.

Note: This service is not intended for secure transactions such as banking, social media, email, or purchasing. Use at your own risk. We assume no liability whatsoever for broken pages.


Alternative Proxies:

Alternative Proxy

pFad Proxy

pFad v3 Proxy

pFad v4 Proxy